[go: up one dir, main page]
More Web Proxy on the site http://driver.im/לדלג לתוכן

מוח

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מח)
דער צווישענשייד פון פארשידענע מוחות
די אפטיילונגען פון מוח לויט קאלירן

מוח איז אן ארגאן אינעם קערפער אינעם קאפ וואס דינט אלס דער הויפט קאנטראל צענטער פארן לעבן. דער מוח דינט דעם מענטש אויף די פאלגענדע פליכטן:

• עס קאנטראלירט די טעמפרעאטור פונעם קערפער, בלוט דרוק, הארץ קלאפעניש ראטע, און אטעמען.

• עס נעמט איין און טוט מאטיריאליזירן אלעס וואס גייט פאר ארום איר דורך פארשידענע חושים ווי זען, הערן, שמעקן, קאסטן, שפירן, א.א.וו.

• עס טוט קאנטראלירן פיזיקאלע באוועגונג פונעם קערפער ווען מען גייט, שטייט, רעדט, זיצט, און יעדעס מאל סיי וועלכע קערפער טייל מאכט א באוועגונג.

• עס גיט די מעגליכקייט צו טראכטן, נוצן שכל , און שפירן הרגשים.

די אלע פליכטן זענען קאארדינירט, קאנטראלירט, און רעגולאטירט בי אן ארגאן וועלכע איז די גרויס ווי א בינטל קאליפיאר (בלומען קרויט). דער מוח.

דער מוח פארמאגט בערך 100 ביליאן נערוו צעלן וואס ווערט גערופן נויראָנס. א נערוו צעל איז א באשטאנדטייל וועלכע האט די כוח פון איינזאמלן און אריבערפירן עלעקטרא-כעמיקאלע סיגנאלן פון איין ניוראן צום צווייטן גייענדיג א שטרעקע פון עטליכע מעטער אין חלקים פון רגעים.

ניוראנס זענען נישט אנדערש אין אויסזען אדער צוזאמענשטעל ווי אנדערע צעלן נאר האבן א באזונדערע כוח צו קענען טראנספערירן סיגנאלן.

א צעל באשטייט פון דריי טיילן:

1) די צעל קערפער איז די עצם מאסע פון די צעל און איז זעלבסט צוזאמענגעשטעלט פון דריי כעמיקאלן וועלכע פארמירן א צעל, ניוקלעס, וועלכע אנטהאלט די די-ען-עי (וועט מעגליך בעסער אוסגעשמועסט ווערן אין א באזונדערע ארטיקל), ענדאפלאזמיקרעטיקולום וועלכע בויט פראטעינס, און מיטאקאנדריא וועלכע פראדוצירט ענערגיע.

2) אַקסאָן. דאס איז די פאדעם טייל פון א נערוו צעל אויף וועלכע די עלעקטרא-כעמיקאלישע מעסעדזש ווערט טראנספערירט. די אקסאנס זענען ארומגענומען מיט א קליינע שיכט פעטנס גענוי ווי א ווייער איז ארומגענומען מיט פלאסטיק דאס צו באשיצן און פארמיידן קאנטאקט מיט אנדערע ווייער.

3) דענדרייטס. דאס זענען די נערוו ענדען וועלכע זענען ווי צווייגעלעך וואס צעשפרייטן זיך און מאכן קאנטאקט מיט אנדערע צעלן צו טראנספערירן אינפארמאציע און איינזאפן איר אייגענע ענווייראמענט. נערוו צעלן קומען אין אלע סייזעס און פארעמעס. איין איינציגע נערוו צעל ביים שפיץ פינגער קען אויסגעצויגן ווערן צו די לענג פון די הענט. רוב נערוו צעלן אינעם מוח זענען קורצע און מעסטן זיך עטליכע מילימעטער.

הויפט חלקים פונעם מוח

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יעדע מוח, פון דעם מענטש ביז דעם קלענסטן פייגל, איז צוזאמענגעשטעלט פון די פאלגנדע חלקים:

• ברעין סטעם - דער חלק איז אויך נאך א טייל פון די חוט השדרה און קאנטראלירט אלע אויטאמאטישע פונקציעס פונעם קערפער ווי די הארץ ראטע, בלוט דרוק, די באוועגונגן פון די הענט און פיס, און דעם גאנצן "אשר יצר" סיסטעם (פארדייען און ארויסגיין).

• סערעבעלום – דאס טוט אינטעגרירן אינפארמאציע פון די אויטאמאטישע סיסטעמען און שיקן מעסעדזשעס צו אנדערע חלקים אינעם מוח צו באריכטן אויב אלעס גייט כשורה און אויב נישט וואס דער קערפער זאל טאן דאס צו פאררעכטן.

• הייפאטעלעמוס און פיטואיטערי גלאנד – דאס קאנטראלירט די טעמפרעאטור פונעם מענטש, זיינע געברויכן, ווי עסן, טרונקן, און אויך טייל געפילן ווי ליבע, אגרעסיע, און הנאה.

• סערעברום – דער חלק איז באקאנט אלס די קארטעקס און איז געמאכט פון פייבער און אנדערע סטרוקטורן. דער חלק פון מוח טוט רעקארדירן אלע חושים, שיקט ארויס מעסעדזשעס פאר אלע סארט מאטאר פונקציעס, קאנטראלירט געפילן, איז מסדר זכרון, און לאזט דעם מוח טראכטן און רעאגירן צו ארומיגע געשעענישן.

די קארטעקס איז וואס מאכט א מוח "א מוח". ביי א פיש איז דער טייל גאר קליין און ווערט גרעסער לויט די פונקציעס פון דעם באשעפעניש. ביי א מענטש'נס מוח איז די קארטעקס דער גרעסטער טייל. דער מענטש איז נאר א מענטש וויבאלד ער קען גרייכן מיט זיין מוח וואס א בהמה קען נישט. די קארטעקס קאנטראלירט די מעגליכקייט פון לערנען וואס מיינט די פראצעסירונג פון אינפארמאציע, רעדן, און מבין דבר מתוך דבר.

בהמות, חיות, און עופות, זענען נישט קיין טראכטערס און זייער מוח טוט נאר ארבעטן זיי צו העלפן געבן זייערע באדערפענישן און זיך פארטיידיגן פון אטאקעס פון אנדערע באשעפענישן.

דער קאמפיוטער קען היינטיגע צייטן גענוצט ווערן פאר א גוטע ביישפיל צו באגרייפן וואס א מוח דארף אלץ טאן צו זיין דער צענטראלער קאנטראל סיסטעם פונעם קערפער. דער קאמפיוטער איז אבער א פראגראמירטער גולם וועלכע קען נאר טאן דאס וואס מען האט אים אויסגעלערנט צו טאן. עס איז אמת אז פארגעשריטענע קאמפיוטערס קענען טראכטן, אבער זייער טראכטן איז אויך באגרעניצט מיט די אינפארמאציע וואס זיי האבן פון פאראויס.

דער מוח איז אויך א פראגראמירטער קאמפיוטער וועלכע קומט מיט יעדע באשעפעניש, אבער זיינע פונקציעס זענען אזוי קאמפלעקס אז נאך איבער 50 יאר פון שטודירן און פראדוצירן ראבאטן האט מען נישט באוויזן צו מאכן אפילו א ברעקל פון א מוח פון א באשעפעניש.

דער מוח קאנטראלירט אפילו די זאכן וואס מיר טראכטן נישט אז עס דארף א קאנטראל. נאר פאר דעם מענטש צו שטיין גלייך פארלאנגט זיך א מוח דאס צו קאנטראלירן און אנדערש וואלט דער מענטש אראפגעפאלן. יעדעס מאל מען שטרעקט אויס די האנט צו נעמען עפעס אדער שפירן עפעס גייט פאר א מעסעדזשינג סיסטעם פון הונדערטער מעסעדזשעס צווישן די מוסקלן און דער מוח וואס ווערט טראנספערירט דורך די נערוון.

דער מוח טוט הונדערטער אויטאמאטישע פונקציעס אויפאיינמאל ווען אין דער זעלבער צייט טוט עס פאטאגראפירן אלעס ארום זיך דורך די אויגן און אוועק לייגן אין זכרון די אינפארמאציע פאר שפעטערדיגע באנוץ. דער מענטש זעט, הערט, און שפירט מיליאנען שטיקער אינפארמאציע יעדן טאג וועלכער דער מוח טוט אוועקלייגן מיט א סדר און קען דאס צוריק ברענגן צענדליגער יארן שפעטער.

דער מוח איז אריינגעשטעלט אינעם צענטער פונעם שארבן איר צו באשיצן פון דרויסנדיגע אימפאקטן. אויסער דעם פארמאגט עס אן אינערליכע באשיצונג סיסטעם וועלכע איז א פליסיקייט וועלכע געפינט זיך נישט אינעם גאנצן קערפער. די פליסיקייט האלט דעם מוח שווימענדיג צו קענען פארנעמען דעם קערפער'ס באוועגונגן.

די פליסיקייט איז אויך א טייל פון די עצם מאסע פון דעם מוח און טוט אזוי פארמיידן די צעלן און באשטאנדטיילן זיך צו רייבן און שעדיגן איינע די אנדערע. די זעלבע פליסיקייט באשיצט אויך די חוט השדרה וועלכע איז ממש ווי א טייל פונעם מוח און איינע קען נישט ארבעטן אן די צווייטע.

די פליסיקייט זעלבסט איז פארשטייט זיך אויך קאנטראלירט דורך דעם מוח וועלכע האלט איר אפגעטיילט פונעם בלוט סיסטעם פאר איר אייגענע צוועקן.

א דורכשניטליכער מענטש קען סטאריזשען און פראצעסן איין טעראבייט פון דאטן.

מענער האבן א גרעסערער מח מיט 4 פראצענט ווי פרויען.

עס וועגט ארום אנדערטהאלבן קילא.

מענטשן און פרימאטן האבן א גרעסערן מוח (לויט זייער געוויכט) ווי אנדערע בעלי חיים.