לופטשיף
מראה
אַ לופֿטשיף איז אַ סארט לופֿטמאַשין וואס בלייבט אין דער הימל דורך פֿלאַטערונג. דאס איז אנדערש פֿון עראפלאנען, וואס בלייבן אין דער הימל דורך באַוועגונג. אַ לופֿטשיף פֿלאַטערט ווי אַ לופֿטבאַלאָן, אבער איז אנדערש. אַ לופֿטשיף נוצט אַ מאָטאָר צו באַוועגן און צו קאָנטראָלירן איר ריכטונג.
עטלעכע מענטשן נוצן דאָס ווארט "לופֿטשיף" צו באַשרייבן יעדער סארט לופֿטמאשין, וואס איז נישט פונקט רעכט. טעכנישע מענשטן נוצן דאָס ווארט "לופֿטשיף" נאָר פֿאַר אַ לופֿטמאַשין וואס פֿלאַטערט און האט אַ מאָטאָר און אַ וועג צו קאָנטראָלירן איר ריכטונג.
סארטן לופֿטשיפֿן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס זענען דאָ דריי סארטן לופֿטשיפֿן. דער אונטערשייד איז די קאָנסטרוקציע אין די לופֿטשיף.
- שטייַפֿע לופֿטשיפֿן אנטהאלטן גרויסע אינערלעכע קאָנסטרוקציעס. די גרעסטע לופֿטשיפֿן זענען געווען פֿון דער שטייַפֿער סארט.
- סעמי-שטייַפֿע לופֿטשיפֿן האבן קליינע קאָנסטרוקציעס. עס זענען דאָ נאָר ווייניק סעמי-שטייַפֿע לופֿטשיפֿן.
- נישט-שטייַפֿע לופֿטשיפֿן האבן נישט קיין קאָנסטרוקציעס. מערסט לופֿטשיפֿן זענען נישט שטייַף.